בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' וישלח פ״ז
אובער-איטס אנגעהויבן אין טעקסאס דעליווערן עסנווארג פון רעסטוראנטן דורך דראונס מיט שטריק
אובער-איטס האט געמאלדן א נייע דראון דעליווערי סערוויס אין ספרינג, טעקסאס מיט א פארשפרעכונג צו דעליווערן עסנווארג פון רעסטוראנטן אין צען מינוט.
אין א צוזאמארבעט מיט די דראון קאמפאני זיפליין, וועט אובער איטס נוצן דראונס וואס קענען פליען זיבעציג מייל א שעה און קענען טראגן אויפאמאל אכט פונט עסנווארג.
אנשטאט צו לאנדן, טוען די דראונס בלייבן 330 פוס העכער די לופטן און עס נוצט א ספעציעלע שטריק אראפצולאזן די פעקל עסנווארג צום קאסטומער.