בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' וישלח פ״ז
א חתן וועלכער איז אַרעסטירט געוואָרן פאַרגאַנגענע וואָך דורך די מדינת ישראל מיליטערישע פּאָליציי פאַר'ן זיך אַנטזאָגן זיך צו שטעלן אין מיליטער, איז היינט באַפרייט געוואָרן פון טורמע, פּונקט א וואָך בעפאָר זיין חתונה.
דער חתן נתן בוקסבוים איז א תלמיד פון ישיבת באר יצחק אין מודיעין עילית, און ער איז געווען פאַראורטיילט צו צוואָנציג טעג טורמע, וואָס האָט געקענט ברענגען אַז מען זאָל דאַרפן אָפּשטופּן זיין חתונה.
נאָך א האַרציגע בריוו פון די מאַמע פונעם חתן און נאָך העפטיגע מחאות היינט אין ירושלים מיט אָפּגעשפּאַרטע גאַסן, האָבן די אויטאָריטעטן מסכים געווען און באַפרייט דעם חתן, ער זאָל זיך קענען גרייטן צו זיין חתונה קומענדיגע וואָך זונטאָג.