בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וישלח פ״ז

נעשינאל אינטעלידזשענס דירעקטער קלעיטן זאגט, אז ער זעט גארנישט שלעכט אין דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט באצייכענט פוטין אלץ פריינד

נעשינאל אינטעלידזשענס דירעקטער דזשעי קלעיטן זאגט, אז ער זעט גארנישט שלעכט אין דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט באצייכענט פוטין אלץ פריינד, טראץ דעם וואס פוטין איז נישט אמעריקא'ס פריינד.
דורכאויס היסטארישע דריי-שפיציגע סאמיט צווישן טראמפ, פוטין מיט דזשינפינג, האט טראמפ באצייכענט פוטין אלץ פריינד, אבער פרייטאג ווען מען האט אים געפרעגט אויב ער זעט פוטין אלץ אמעריקא'ס פריינד, האט טראמפ געזאגט אז ער קען נישט רעדן פאר אמעריקא.
אין רעאקציע צו טראמפ'ס קאמענטארן זאגט קלעיטאן, אז עס איז קלאר אז פוטין איז נישט אמעריקא'ס פריינד, אבער ער זעט גארנישט שלעכט מיט טראמפ'ס ווערטער, און מענטשען דארפן געדענקן אז טראמפ איז די בעסטע ווען עס קומט צו אויסערן פאליסי.