בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וישלח פ״ז

רעקארדס: ניו יארק סיטי בילדינג אינספעקטערס האבן זיך פארמאכט די אויגן פאר מער ווי 10 יאר ביים איינגעפאלענע געביידע אין פלעטבוש

רעקארדס ארויס געקומען ווייזן אז ניו יארק סיטי בילדינג אינספעקטערס האבן זיך פארמאכט די אויגן פאר מער ווי 10 יאר צייט, טראץ דעם וואס מען האט באמערקט מער און מער שפאלטענס ביי די אויסערליכע חלק פון די געביידע אין פלעטבוש וואס איז איינגעפאלן 11 טעג צוריק און געקאסט דאס לעבן פון 8 מענטשען.
צווישן אנדערע ווערט אויפגעדעקט אז שוין צוריק אין יאר 2011 למס' האבן אינספעקטערס באמעקט שאדן אויף די ציגלנע וואנט פון די געביידע, און דורכאויס די נאכפאלגענדע יארן איז עס געווארן נאך ארגער.
אין לויף פון די יארן איז אבער נישט פארהאן קיין שום פבליק רעקארד פון שטראפן, ווארענונגן אדער סיי וועלכע דערמאנונג דערוועגן, נאר בלויז שטראפן פאר'ן אומלעגאל ארויס שטעלן א רעקלאמע שילד ביי די געביידע.