בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' וישלח פ״ז
סאטאלייט בילדער אפיר געקומען דעקן אויף אז די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן איז אקטיוו מיט אוועק שטעלן מיליטערישע איינריכטונגן אויף סאמאליע-לאנד און אוי די סאמאליער פראווינץ פוטלאנד.
אין די בילדער זעט מען אז די עמיראטן האט טראנספארמירט צוויי עיר-פיעלדס צו מיליטערישע קאמפלעקסן מיט פארשידנארטיגע איינריכטונגן.
צווישן אנדערע זענען דארט געווארן אוועק געשטעלט אינטערערדישע סטארידזש צענטערן, דעפענסיווע פאזיציעס און לופט פארטיידעגונגס סיסטעמס.
לויט באריכטן שפילט אמעריקא א ראלע אין טייל פון די אקטיוויטעטן, וויבאלד עס דינט אמעריקא'ס קאנטער-טעראריזעם צוועקן אין די ראיאן.