בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' וישלח פ״ז
א געוועזענער הויכראנגיקער מוסד באאמטער ווארנט אז מדינת ישראל קען אומדירעקט ערלויבן אז כאמאס זאל ווערן אזוי ווי כיזבאללא אין עזה, אנהאלטנדיג פאליטישע איינפלוס און באוואפנטע קרעפטן.
לויט ווי דער געוועזענער באאמטער זאגט, האבן מדינת ישראל אפעראציעס אפגעשוואכט כאמאס אויף אן ערנסטע פארנעם, אריינגערעכנט דאס עלימינירן אירע קאמאנדירן, אבער לויט וויאזוי זאכן גייען יעצט, וועט כאמאס בלייבן מיט אסאך איינפלוס אין עזה.
דער באאמטער זאגט אז מדינת ישראל מוז זיכער מאכן אז כאמאס ווערט נישט אין עזה דאס וואס כיזבאללא איז אין לבנון, דורכן זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין שום לאקאלע איינפלוס אויף די נייע עזה רעגירונג וואס גייט אוועקגעשטעלט ווערן.