בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וישלח פ״ז

קאטאר האט אראפגעשיקט הויכראנגיקן דיפלאמאט קיין טעהראן אין פרואוו צו באנייען געשפרעכן מיט אמעריקע

קאטאר האט פארשטארקערט אירע דיפלאמאטישע פרואוון צוריק אנצוהייבן די פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע און איראן.
לויט באריכטן האט קאטאר געשיקט איר הויכראנגיקער דיפלאמאט אלי על טאוואדי פאר געשפרעכן מיט איראנער באאמטע די וואך פרייטאג ביינאכט, אין א פרואוו צו אפהאלטן אמעריקע און מדינת ישראל פון באנייען די מלחמה.
דער איראנער אויסערן מיניסטעריום דעפיוטי פירער קאזאם גאריבאבאדי האט באשטעטיגט אז די קאטארישע דעלעגאציע האט געפירט צוויי שעה געשפרעכן, אבער דערווייל זענען נישט באנייט די פארהאנדלונגען מיט אמעריקע.