בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

מוצ״ש ויצא פ״ז

פעדעראלע אויטאריטעטן ווארענען אז אמעריקע'ס וואסער סופליי שטייט אויס העקערייען געפאר

פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געווארנט אז אמעריקע'ס טרינקען וואסער סיסטעמס שטייען אויס א פארשטארקערטע געפאר פון סייבער אטאקעס.
די עף-בי-איי האט באריכטעט אז העקערס האבן געצילט געצייג וואס קאנטראלירט וואסער און אפלויף וואסער איינריכטונגען און האבן באוויזן צו טוישן פעסווארדס און אפהאקן די מאניטארינג סיסטעמס, שאפנדיג ערנסטע פראבלעמען.
די העקערייען זענען שוין אויפגעכאפט געווארן אין מערערע סטעיטס, און טראץ וואס די העקערס האבן נישט דירעקט אפעקטירט די וואסער קוואליטעט, קענען זיי אינעם צוקונפט דאס יא פרובירן צו טאן.