בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש ויצא פ״ז
א חסידישע גרופע אין קאנאדע האט אריינגעגעבן אן אפיעל צו די יו-ען אז זיי זאלן זיך אריינמישן אפצושטעלן די געריכטליכע קלאגעס קעגן צוויי פראמינענטע חשוב'ע מוהלים אין אנטווערפן.
די מוהלים ווערן לעכערליך באשולדיגט מיט בלבולים און פאלשע קלאגעס איבער דורכפירן ברית מילה אין לויף פון די לעצטערע צענדליגער יארן, און דער קעיס שלעפט זיך שוין לאנגע חדשים אין א געריכט אין בעלגיע.
די חסידישע אידישע קאונסיל אוו קוויבעק האט יעצט אריינגעשיקט א ביטע צו די יו-ען רעליגיעזע פרייהייט אפיס אז זיי זאלן אויספארשן צי די בעלגישע רעגירונג פארלעצט די אידישע רעליגיע רעכטן מיט'ן פרובירן צו שטעלן צוימונגען אויף ברית מילה.