בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' ויצא פ״ז
א פעדעראלע וואטש-דאג גרופע האט געווארנט אז דער פענטאגאן האט נישט א געהעריגע סטראטעגיע וויאזוי צוריק אנצופולן די וויכטיגע ארסענאלן פון אמעריקע'ס מיסילס און אמוניציע.
די ווארענונג קומט פון די גאווערמענט אקאונטעביליטי אפיס, וועלכע זאגט אז די פענטאגאן האט פארפעלט צו קאארדינירן וואפנס פראדוקציע, איינקויפונג און לאנג טערמיניגע מיליטערישע פאדערונגען וואס די געזעצן פארלאנגען.
לויט די באריכט פון די פעדעראלע גרופע קומט די מאנגל אלס רעזולטאט פון די אוקריינע מלחמה, די איראן קאנפליקט און צוליב לאנגיעריגע פארנאכלעסיגקייט צו פלאנירן לאנג-טערמיניג.