בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' ויצא פ״ז
בריטישע אויטאָריטעטן האָבן אין די לעצטערע וואָכן גענומען שריט צו פאַרזיכערן צענדליגער טויזנטער וויכטיגע קאָמערשל פרידזשידערס און פריזערס קעגן העקערייען.
די שריט קומט נאָכדעם וואָס עס האָבן פּאַסירט א סעריע סייבער אַטאַקעס אין אייראָפּע, וואָס האָבן שאָדן געמאַכט עסנוואַרג אין ווערד פון הונדערטער טויזנטער דאָלאַרן פאַר גרויסע סופּערמאַרקעטס און עסנוואַרג קאָמפּאַניס.
בריטישע סייבער באַאַמטע האָבן געאַרבעט מיט די גרויסע קאָמפּאַניס, צו מאַכן זיכער אַז די סאָפטוועיר פון די פרידזשידערס און פריזערס ווערן איבערגעמאַכט אויף א וועג וואָס קען נישט געהעקט ווערן.