בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' ויצא פ״ז
די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע האט באשטעטיגט נייע רעגולאציעס וואס ערלויבן סטעיט טורמעס צו בלאקירן סעלפאון סיגנאלן פון אומלעגאל געשמוגעלטע סעלפאונס.
באאמטע זאגן אז בערך 25 טויזנט אומלעגאלע סעלפאונס ווערן קאנפיסקירט אין הענט פון ארעסטאנטן יעדעס יאר, און ארעסטאנטן נוצן די סעלפאונס צו קאארדינירן דראג שמוגלערייען, טורמע ראיאטן און אטאקעס אויף וועכטער.
די נייע פעדעראלע ערלויבעניש וועט ערמעגליכן פאר טורמעס צו בלאקירן די סיגנאלן, וואס די ציל דערפון איז צו רעדוצירן די פרואוון פון ארעסטאנטן צו שמוגלען סעלפאונס, ווייל זיי וועלן עס נישט קענען נוצן.