בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' ויצא פ״ז

געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט ענדרו יענג זאגט אז בירגער דארפן זיין גרייט פאר 18 חדשים'דיגע סייבער אויסשאלטערונג

דער געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט געווארנט אז אמעריקאנער בירגער דארפן זיך גרייטן פאר די מעגליכקייט אז די קומענדיגע אכצן חדשים וועלן פאסירן נאכאנאנדע טעכנאלאגיע בלעקאוטס.
יענג'ס קאמענטארן קומען נאכדעם וואס אין לויף פון די לעצטע וואך צייט האט מייקראסאפט נישט געארבעט פאר איין גאנצע טאג, דערנאך איז געווען די אוויאציע גראונד סטאפ, דערנאך אן אויסשאלטערונג פון אנליין בענקינג פלאטפארמעס.
יענג באשולדיגט אז עי-איי טעכנאלאגיע און שוואכע סייבער סעקיוריטי צוגרייטונג זענען שולדיג אין די לעצטיגע פראבלעמען, און ער ווארנט אמעריקאנער בירגער צו זיין גרייט פאר די עמורדזשענסי.