בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' ויצא פ״ז

מדינת ישראל מיליטערישע פליגערס באמבארדירן און שאפן שווערע שאדנס פאר אונטערערדישע כיזבאללא איינריכטונג

מדינת ישראל מיליטערישע פליגערס האבן אטאקירט אן אונטערערדישע כיזבאללא מיסיל מאנופעקטשורינג און וואפנס סטארעדזש איינריכטונג.
די באמבארדירונג האט געצילט די איינריכטונג נעבן די שטאט דזשאנטא אין די באקא וואלי ראיאן אין לבנון, און עס איז שוין געווארן אטאקירט דורך מדינת ישראל דאס לעצטע מאל וואס עס זענען פארגעקומען שלאכטן מיט כיזבאללא.
באאמטע זאגן אז כיזבאללא טעראריסטן האבן אין די לעצטערע וואכן זיך צוריקגעקערט צו די איינריכטונג, וואס האט געברענגט צום באשלוס עס צו באמבארדירן און חרוב מאכן די אריינגענג.