בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' ויצא פ״ז

א פאסט ארבייטער פון לאנג איילענד האט זיך דערקלערט שולדיג אויף גנב'נען לאטא טיקעטס און גיפט קארדס

פרוי לואיס האט זיך מודה געווען, אז ארום א יאר צוריק האט זי דורכגענישטערט הויפטענס פאסט בריוון ביי די אוקדעיל פאסט אפיס אין לאנג איילענד, זיכענדיג ווערדפולע זאכן וואס מענטשען האבן ארויס געשיקט אינעווייניג אין באגריסונג קארטלעך.
זי האט אויפגעמאכט מערערע באגריסונג קארטלעך, ארויס גענומען די לאטא טיקעטס און גיפט קארדס, און דערנאך ווייטער געשיקט די ליידיגט באגריסונג קארטלעך.
איר שולד דעקלעראציע קומט נאכדעם וואס זי איז געזען געווארן אויף זיכערהייט קאמערעס נוצן טייל פון די גע'גנב'טע קארטלעך צו גיין איינקויפן.