בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' ויצא פ״ז

פארהאנדלער פון די מדינת ישראל ליכוד פארטיי גייען זיך נאכאמאל טרעפן מיט פארהאנדלער פון אייזענקאט'ס ישר פארטיי

די מדינת ישראל ליכוד פארטיי האט געמאלדן, אז קומענדיגע וואך זינטאג גייען פארהאנדלער פון די פארטיי זיך נאכאמאל טרעפן מיט פארהאנדלער פון אייזענקאט'ס ישר פארטיי, אין א פארזיך זיך צו פאראייניגן פאר א געמיינזאמע רעגירונג.
די ליכוד פארטיי האט דערביי שארף ארינטער געריסן אייזענקאט'ס לינקע בלאק, זאגענדגי, אז אין צייט וואס ליכוד פון איר זייט פראבירט איינמאל און נאכאמאל זיך צו פאראייניגן, איז די לינקע בלאק נישט פאראינטערעסירט צו מאכן פארשריט.
די פארטיי האט אויך קריטיקירט אייזענקאט'ס בלאק פאר'ן זיך באנוצן מיט שטיצע פון אראבישע פארטייען ארויס צו שטעלן די ביז יעצטיגע פארליאמענט ספיקער און אריין שטעלן א נייעם.