בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' ויצא פ״ז
פאליציי האט זיך ברוטאל א לאז געטון אויף אידן וועלכע זענען ארויס געקומען מוחה זיין אויף די גאסן פון ירושלים נאך די ארעסט אויף א חתן 10 טעג פאר זיין חתונה פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער.
פאליציי אפיצירן האבן זיך באנוצט מיט שטעקענעס אקעגן די מוחים, אין צייט וואס אנדערע האבן געשטויסן די פראטעסטירער מיט זייערע פיס, און איין אפיציר האט גענוצט אן עלעקטאריק שאק אפאראט.
א שטארקע אנגעצויגנקייט איז אנטשטאן ווען א מיליטערישע באס מיט א גרופע סאלדאטן איז פארבייגעפארן די שמואל הנביא גאס וואו פראטעסטירער זענען געווען פארזאמעלט, און פילע אידן האבן פאר א לענגערע צייט בלאקירט דעם באס פון ווייטער פארן.