בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' ויצא פ״ז

טראמפ'ס עזה שלום באורד ווארנט אז פייער אפשטעל אין עזה קען צעפאלן, ווייל ביידע זייטן איגנארירן פארפליכטונגען

פּרעזידענט טראָמפּ'ס עזה שלום באָורד האָט געוואָרנט אַז די שוואַכע פייער אָפּשטעל אין עזה קען צעפאַלן, אויסער אויב כאַמאַס און מדינת ישראל וועלן נאָכקומען די ווייטערדיגע פאַרלאַנגען.
אין א באַריכט וואָס זיי האָבן געשיקט צו די יו-ען סעקיוריטי קאַונסיל, האָט די עזה שלום באָורד קריטיקירט די אָנגייענדיגע מדינת ישראל מיליטערישע באָמבאַרדירונגען אין עזה, און אויך די מיליטאַנטישע אַקטיוויטעטן פון כאַמאַס אין עזה.
די באָורד ברענגט אַרויס אַז כאַמאַס האָט פון זייער זייט נאָכנישט אויפגעגעבן קיין וואָפנס, און מדינת ישראל האָט פון זייער זייט זיך נאָכנישט אַרויסגעצויגן פון קיין שום פרישע עזה טעריטאָריע.