בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' ויצא פ״ז

טראמפ באטראכט סעריע מיליטערישע אפציעס צו באמבארדירן איראן מיט ציל אפצושוואכן ארטיגע רעזשים

פּרעזידענט טראָמפּ באַטראַכט עטליכע מיליטערישע אַפּציעס קעגן איראַן, אַריינגערעכנט געצילטע באָמבאַרדירונגען אויף נוקלעאַרע און מיסיל איינריכטונגען.
לויט קוועלער האָט טראָמפּ שוין פאַראָרדענט די מיליטער זיך צוצוגרייטן פאַר אַפּעראַציעס וואָס זענען געצילט צו אָפּשוואַכן די איראַנער רעזשים, אָנדעם וואָס עס זאָל ווערן צוריק באַנייט די מלחמה אויף א גרויסע פאַרנעם.
דער ציל פון די געפּלאַנטע באָמבאַרדירונגען איז, אַז אינאיינעם מיט די עקאָנאָמישע פּרעשור, וועט דאָס צווינגען די רעזשים איינצוזען אַז זיי דאַרפן נאָכגעבן אַמעריקע'ס פאַרלאַנגען ביי די פאַרהאַנדלונגען.