בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' ויצא פ״ז
קאַנאַדישע פּאָליציי זוכן א פּאַרשוין וועלכער האָט פּרובירט זיך איינצוברעכן און וואַנדאַליזירן א שוהל אין ריטשמאַנד היל נעבן טאָראָנטאָ.
אויטאָריטעטן זאָגן אַז דער פּאַרשוין האָט גענוצט א שטעקן מיט וואָס מען האַקט אייז, און ער האָט דערמיט אויפגעבראָכן די אַריינגאַנג צום שוהל, בעפאָר'ן שעדיגן עטליכע סעקיוריטי קאַמערעס און טיילן פון די שוהל'ס פּאָרטש.
די אָרטיגע פּאָליציי זאָגט אַז די ספּעציעלע האַס פארברעכען יוניט האָט איבערגענומען די אויספאָרשונג איבער'ן אינצידענט, וועלכע האָט פּאַסירט אינמיטן א כוואַליע העסליכע אינצידענטן קעגן אידן אין קאַנאַדע.