בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' ויצא פ״ז

איטאליע'ס פארליאמענט האט געגעבן איר ענדגילטיגע באשטעטיגונג פאר א געזעץ אקעגן אנטיסעמיטיזעם

אין דעם איז אריין גערעכענט א פראוויזשאן צו אדאפטירן די אנטיסעמיטיזעם אפטייטש פון די 'אינטערנעשינאל האלאקאוסט רימעמבערינס אלייענס'.
די באשטעטיגונג איז געקומען נאך לאנגע חדשים היציגע פאליטישע דעבאטעס, איבערהויפט דורך אפאזיציע לינקע פארטייען, וועלכע זענען אומצופרידן פון די נייע געזעץ.
די לעצטערע יארן האבן א צאל לענדער אדאפטירט די אפטייטש פון די רימעמבערינס אלייענס, אבער אין מערערע לענדער האט עס געשאפן קאנטראווערסיעס, אין גרויס טייל צוליב א חלק דערפון וואס באצייכענט שארפע קריטיק אקעגן מדינת ישראל אלץ אנטיסעמיטיזעם.