בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' ויצא פ״ז

די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעשטרעקט א האנט פאר שטעט וועלכע ווילן איינשטעלן די קאנדזשעסטשין טאלל סיסטעם ווי אין מאנהעטן

שטייענדיג נישט לאנג נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פראבירט צו באקעמפן די קאנדזשעסטשין טאלל סיסטעם אין מאנהעטן, האט די אדמיניסטראציע יעצט אויסגעשטרעקט א האנט פאר אנדערע שטעט וועלכע ווילן איינשטעלן אזעלכע סיסטעמס.
די 'פעדעראלע הייוועי אדמיניסטראציע' האט געמאלדן 100 מיליאן דאלאר גרענטס פאר סיטיס זיי צו העלפן איינשטעלן פראגראמאן צו באקעמפן אנגעלייגטע טראפיק.
די געלט וועט קענען גענוצט ווערן צו העלפן שאפן קאנדזשעסטשין פראגראמאן, פארקינג פרייז פראגראמאן און אנדערע פראגראמאן צו העלפן לינדערן טראפיק אין אנגעלייגטע געגענטער.
'עם-טי-עי' הויפט דזשענא ליבער זאגט אז ער ווייסט נישט צו איינער האט געהעקד די אקאונט פון טראנספארטאציע סעקרעטערי שאן דאפי, אדער עפעס אנדערש האט פאסירט, אבער אזוי צו אזוי איז ער צופרידן צו זען דעם טויש.