בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' ויצא פ״ז
די פרוי וועלכע איז נפטר געווארן אין די עקסידענט מיט א באן אין מאנסי, איז אידענטיפיצירט געווארן אלץ מרת בת שבע פראנק ע"ה, 55 יאר אלט
די פרוי, וועמענס משפחה געהער צו די קהלה פון הרב חיים שבת שליט"א, איז געווען אינטערוועגענס קיין פסעיק-ניו דזשורסי וואו זי פלעגט זיין איינגעשטעלט אלץ לערערין.
ווי מען פארשטייט איז איר קאר שטעקן געבליבן אויף די באן שינעס, און ווען זי איז ארויס געקומען באטראכטן וואס עס האט פאסירט איז זי ליידער באטראפן געווארן פון אן אנלויפענדע באן.
די לויה וועט ארויס גיין היינט 5 אווענט פון קהל כנסת ישראל אויף 698 יוניאן ראוד אין ניו העמפסטעד, און געפירט ווערן קיין ארץ ישראל לקבורה. בשורות טובות