בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' ויצא פ״ז

נעשינאל אינטעלידזשענס דירעקטער קלעיטאן האט ווידעראמאל קלארגעמאכט, אז דערווייל קוקט נישט אויס אז די כוואליע קורצשלוסן זענען סייבער אטאקעס

נעשינאל אינטעלידזשענס דירעקטער דזשעי קלעיטאן האט ווידעראמאל קלארגעמאכט, אז דערווייל קוקט נישט אויס אז די כוואליע קורצשלוסן ביי פריוואטע ביזנעסער און רעגירונג ארגאנאזאציעס זאלן האבן סיי וועלכע פארבינדונג.
קלעיטאן זאגט אז ער פארשטייט אז די פאקט אז אזויפיל זאכן פאסירן אין א קורצע צייט אפשניט טוט אויפברענגן פראגן ביי מענטשען, און אמעריקאנער האבן רעכט צו שטעלן אזעלכע פראגן, אבער אויף וויפיל מען ווייסט דערווייל זענען אלע פון זיי געווען באזונדערע זאכן פארבינדן צו מעינטענינס און טעכנישע פראבלעמען.
ער זאגט אז אלע פעלער האבן געהאט באזונדערע סיבות וועלכע האבן געפירט דערצו, און מען האט נישט געזען קיין שום דידזשיטל שטריכן פון אן אטאקע.
קלעיטאן האט אבער אין די זעלבע צייט געווארענט, אז עי-איי טוט שארף העכערן די געפאר פון סייבער אפאראציעס, און איז עפעס אויף וואס שפיאנאזש אגענטורן האלטן א נאנטע אויג.