בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' ויצא פ״ז
ביי אן אפשטימונג אינטער פארמאכטע טירן האבן 251 דעמאקראטן געשטימט אין זיין שטיצע, אין צייט וואס בלויז 11 האבן געשטימט דערקעגן.
יעצט איז ערווארטעט אז ער וועט גרינגערהייט ערוועלט ווערן אלץ ספיקער קומענדיגע יאנואר 3 למס', ווען די פולע קאנגרעס וועט שטימען ווער ס'זאל זיין די קומענדיגע ספיקער.
צו ווערן ספיקער וועט דזשעפריס דארפן האבן די שטיצע פון א געווענטליכע מאיאריטעט פון 218 שטימען, און דעמאקראטן זענען ערווארטעט דעמאלטס צו האבן א גאר באקוועמע אויבערהאנט, וואס באדייט אז די אפשטימונג וועט ווארשיינליך דורכגיין זייער לייכט.
דאס איז א שארפע קאנטראסט פון יאר 2023 למס', ווען ריפובליקאנער האבן געהאט א שמאלע אויבערהאנט פון 222 אקעגן 212, און קעווין מק'קארטי איז ערוועלט געווארן אלץ ספיקער הערשט ביים 15'טן אפשטימונג.