בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' ויצא פ״ז

מדינת ישראל פאליטיקאנט נפתלי בענעט פון די אפאזיציע בלאק האט אפגעהאלטן א זיצונג פון דריי שעה צייט מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו

די פאליטישע מאפע אין מדינת ישראל האט געכאפט א שטיקל שאקל היינט, ווען נפתלי בענעט פון די אפאזיציע בלאק האט אפגעהאלטן א זיצונג פון דריי שעה צייט מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו.
בענעט, וועלכע האט נישט געמאלדן די זיצונג פון פאראויס פאר אנדערע פארטייען אין די אפאזיציע בלאק, זאגט אז די ציל דערפון איז געווען צו דיסקוסירן זיכערהייט איינגעלעגענהייטן, אבער אנדערע אין די אפאזיציע באצייכענען עס אלץ פרואוו דורך נתניהו צו שאפן א שפאלט צווישן די אפאזיציע.
שפעטער האט בענעט געהאט א זיצונג מיט פירער פון די אנדערע פארטייען אין די אפאזאציע, אריין גערעכענט דער הויפט אפאזיציע פירער אייזענקאט, און זיי זענען ארויס געקומען מיט א געמיינזאמע דעקלעראציע אז זיי גייען ווייטער זיין פאראייניגט צו פארמירן א קאאליציע רעגירונג און ענדיגן דערמיט נתניהו'ס פירערשאפט.