בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' ויצא פ״ז

סעקרעטערי אָוו סטעיט מאַרקאָ רוביאָ האָט אַוועקגעמאַכט די זאָרגן אַז די סעריע פּראָבלעמען וואָס האָבן זיך געמאַכט מיט בענק, אַוויאַציע, מייקראָסאָפט און נאָך, איז א רעזולטאַט פון א קאָאָרדינירטע אַטאַקע.
רוביאָ זאָגט אַז אַמעריקע איז נישט אונטער קיין שום סיסטעמאַטישע אַטאַקע, און מען האָט נישט קיין שום באַווייזן דערווייל אַז אַן אויסלענדישע פיינטליכע רעגירונג איז פאַרמישט אין די געשעענישן.
רוביאָ'ס קאָמענטאַרן זענען געקומען נאָכדעם וואָס דער נאַציאָנאַלער שפּיאָנאַזש דירעקטאָר דזשעי קלעיטאָן האָט ענליך געזאָגט אַז די פּראָבלעמען זענען געקומען פון עקסטערע אַנטוויקלונגען.