בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' ויצא פ״ז
פארשוין ארעסטירט דורך ניו יארק סיטי פאליציי אין פארבינדונג מיט אנטיסעמיטישע וואנדאליזם אויף וויליאמסבורגער מוסדות באסעס
די ניו יאָרק סיטי פּאָליציי האָט אַרעסטירט א פּאַרשוין אין פאַרבינדונג מיט די אַנטיסעמיטישע וואַנדאַליזם אויף די באָסעס פון עטליכע מוסדות התורה אין וויליאַמסבורג. די באָסעס זענען אָנגעפירקלט געוואָרן מיט האַקנקרייצן און אַנדערע העסליכע סימבאָלן און מעסעדזשעס, בשעת זיי זענען געווען פּאַרקירט נעבן בעדפאָרד עוועניו און וויליאַמסבורג סטריט וועסט. די ניו יאָרק סיטי פּאָליציי 90'סטע פּריסינקט האָבן געאַרבעט אויסצופאָרשן דעם קעיס, און יעצט איז געמאָלדן געוואָרן אַן אַרעסט.