בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' ויצא פ״ז

די סייבער אטאקע געצילט צו גנב'נען קריפטא געלטער און אנשטעקן אייפאונס, האט באטראפן 178 וועב זייטלעך, צווישן זיי טייל פון די פארנומענסטע וועב זייטלעך, א שטייגער ווי די קאנפרענץ סיסטעם 'זום', מעבל ריז 'אייקיע', קרעדיט קאמפאני 'עקיופעקס' און די גרויסע 'עידזש-עס-בי-סי' באנק.
די אטאקע איז געווארן אויפגעדעקט דורך א סעקיוריטי ריסורטשער, וועלכע איז דערגאנגן אז העקערס האבן אינסטולירט אנגעשטעקטע דזשאווא-סקריפט אויף 178 וועב זייטלעך וועלכע באנוצן זיך מיט די וועבסייט אפטימייזעישאן פלאטפארמע 'אָפּטימייזלי'.
לויט ווי דער סעקיוריטי ריסורטשער געט אן, האבן די העקערס אריין געלייגט אנגעשטעקטע דזשאווא סקריפטס צו ערזעצן קריפטא-קורענסי אדרעסן מיט א דידזשיטעל בערזל פון די העקערס.
באזונדער האבן די סקריפטס אויך געארבייט אראפ צו נעמען קרעדיט קארד דעטאלן וואס באנוצער לייגן אריין, און האבן אריין געלייגט א ספעציעלע קאוד צו צילן אויף עפל'ס 'איי-או-עס' אפאראטן.
'אָפּטימייזלי' האט באשטעטיגט די אינצידענט, און געמאלדן אז די קאמפאני האט שוין פארראכטן דעם לאך וואס העקערס האבן גענוצט, און איינגעשטעלט נייע באווארענונגס מאסנאמאן אז אזוינס זאל זיך נישט איבערשפילן.