בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' ויצא פ״ז
פארשוין פון מזרח ירושלים אנגעקלאגט אויף פלענער דורכצופירן א באמבע און שיסעריי אטאקע אקעגן אידן און פאליציי אין געגענט פון שער שכם
א פארשוין פון מזרח ירושלים איז געווארן אנגעקלאגט אויף פלענער דורכצופירן א באמבע און שיסעריי אטאקע אקעגן אידן און פאליציי אפיצירן אין געגענט פון שער שכם און די הר הבית.
דער 19-יעריגער מוכאמעד אַלאַזאַ איז געווארן מער און מער ראדיקאליזירט די לעצטע פאר יאר, און האט עווענטועל אנגעפאנגן וועבן פלענער פאר אטאקעס.
ער האט זיך אידענטיפיצירט מער און מער מיט די אייסיס טעראר גרופע, און זיך אויך געהאלטן אפיליאירט מיט די כאמאס טעראר גרופע פון עזה.