בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' ויצא פ״ז

דריי מדינת ישראל בירגער זענען פארוואונדעט געווארן אין א פארדעכטיגטע טעראר אטאקע נעבן יריחו נאכדעם וואס פאלעסטינער פארשוינען האבן אריינגעקראכט מיט זייער קאר אין א קאר וואס האט געטראגן ציווילע.
לויט ווי די באאמטע האבן איבערגעגעבן, זענען די פאלעסטינער אטאקירער ארויסגעקומען נאכדעם פון זייער קאר און האבן געטראגן מיט זיך וואפנס, וואס זיי האבן גענוצט איבערצופאלן און שלאגן די מענטשן אינעם קאר.
די פארשוינען האבן אויך געווארפן שטיינער אויף די מענטשן, וואס איינער פון זיי איז געווען באוואפנט מיט א ביקס און האט באוויזן צו עפענען פייער, ברענגענדיג די טעראריסטן צו אנטלויפן פונעם ארט.