בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' ויצא פ״ז
יונייטעד עירליינס האָט רעאַגירט צו די באַריכטן איבער געשטראַנדעטע פּאַסאַזשירן, זאָגנדיג אַז א טעכנישע פּראָבלעם אַפעקטירט פליגערס פון זיך הייבן לענגאויס אַלע לופטפעלדער.
אין א סטעיטמענט האָט די עירליין געזאָגט אַז טעכניקער אַרבעטן צו אידענטיפיצירן דעם פּראָבלעם און עס פאַררעכטן, און זיי האָבן זיך אַנטשולדיגט פאַר אַלע פּאַסאַזשירן וואָס זענען דירעקט אַפעקטירט געוואָרן.
יונייטעד עירליינס האָט געזאָגט אַז פליגערס וואָס זענען שוין אין דער לופטן וועלן נישט דאַרפן לאַנדן און אַלעס גייט אָן געהעריג, און זיי האָפן צו פאַררעכטן דעם פּראָבלעם וואָס שנעלער.