בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' ויצא פ״ז
א באָמבע סטראַשונקע האָט געצווינגען צו עוואַקואירן די גרין מעדאָו וואלדארף סקול אין טשעסטנאַט רידזש אין ראַקלענד קאַונטי.
אויטאָריטעטן זאָגן אַז א פּאַרשוין האָט אַריינגערופן און געזאָגט אַז מערערע פּייפּ באָמבעס זענען אַוועקגעשטעלט געוואָרן אין די געביידע און עס וועט עקספּלאָדירן אין די נעקסטע דרייסיג מינוט.
פּאָליציי, באָמבע סקוואַד, און קעי-9 יוניטס האָבן רעאַגירט און מען האָט עוואַקואירט אַלע סטודענטן, און באַאַמטע זאָגן אַז עס איז שוין די צווייטע אַזאַ אינצידענט מיט שולעס אין די געגנט אין די לעצטע דריי וואָכן.