בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' ויצא פ״ז

אמעריקאנער ארמיי אפיציר זאגט אז קאמאנדירן האבן פארפעלט צו באשיצן קאוועיט באזע בעפאר איראנער אטאקע

אן אמעריקאנער ארמיי אפיציר וועלכער האט איבערגעלעבט א טויטליכע איראן דראון אטאקע אין קאוועיט, האט באשולדיגט הויכע קאמאנדירן אין איגנארירן ווארענונגען אז די באזעס זענען נישט גענוג באשיצט.
דער זעלנער סטיווען ראמסבאטאם האט אריינגעגעבן א קאמפלעינט צו קאנגרעס, זאגנדיג אז די קאמאנדירן האבן פארפעלט צו פארשטארקערן די פארטיידיגונג איינריכטונגען אין די "פארט שואבא" באזע וואו 6 אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען פון אן איראנער אטאקע אין מארטש.
לויט ווי ראמסבאטאם באשולדיגט, האט די באזע נישט געהאט קיין גוטע באשיצונג, און האט אויך נישט געהאט א דאקטער און געהעריגע מעדיצינישע סטאנציע.