בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' ויצא פ״ז
א פייער האט אויסגעבראכן נעבן די באן סטאנציע אינדרויסן פון "מעט לייף" סטאדיום אין ניו דזשערסי, שיקנדיג דיקע שווארצע רויעך אריין אין די סטאדיום.
דער פייער האט פאסירט אפאר שעה נאכדעם וואס עס איז פארגעקומען א גרויסע היציגע ספארטס פארזאמלונג אין מעט-לייף סטאדיום, און פייערלעשער האבן געווארנט די פארבליבענע מענטשן אינעם סטאדיום צו פארמיידן עטליכע טירן וואו די רויעך איז געווען עקסטער געדעכט.
פייערלעשער האבן שנעל פארלאשן דעם פייער און עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין פארוואונדעטע, און די ניו דזשערסי טראנזיט אויטאריטעטן האבן געזאגט אז באן סערוויס איז נישט אפעקטירט געווארן.