בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' ויצא פ״ז
די צאל טויט פעלער צוגעשריבן צו די סעפטעמבער 11 טעראר אטאקעס איז איבערגעשטיגן דעם ציפער פון גאנצע 10 טויזנט
די ספעציעלע פאנד וואס געט זיך אפ מיט צושטעלן אינשורענס דעקונג און אנדערע הילף, באריכטעט אז איר אפיציעלע ליסטע פון פאטאליטעטן פארבינדן צו די נאכווייען פון די אטאקעס, איז ארויף צו 10,029.
די ציפער איז א דראמאטישע 1,544 שפרינג פון 11 יאר צוריק, ווען די פאנד האט געהאט אריין באקומען נישט מער ווי 610 קלעימס.
די פאנד דעקט נישט מענטשען אומגעקומען פון די אטאקעס זעלבסט, נאר פון ארימיגע נאכווייען, א שטייגער ווי געזונטהייט קאמפליצעס פון אריין אטעמען די רויעך און שטויב נאך די אטאקעס.