בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' ויצא פ״ז
א צאל באקאנטע פיגורן אינערהאלב די טעכנאלאגיע וועלט לייגן דרוק אז די טעכנאלאגיע ריז 'נווידיע' זאל צוריק אויפנעמען איר פארשיקטן פירער הואן
לויט ווי עס ווערט באריכטעט זענען פארהאן מערערע מענטשען וועלכע ווילן אים זען צוריק, וויבאלד זיי האלטן אז ער איז זייער געאייגענט צו פירן די קאמפאני, אבער עס בלייבט איבער צו זען אויב די באורד ביי 'נווידיע' וועט גרייט זיין דערפאר.
דאס קומט בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס הואן האט רעזיגנירט פון 'נווידיע' נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן איבער נאנטע פארבינדונגן וואס ער האט געהאט מיט אן איינגעשטעלטן ביי 'מעגע-ספיד', וואס דאס האט געעפענט א וועג פאר טשיינע צו פארגעשריטענע 'עי-איי' טשיפס פון נווידיע.