בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' ויצא פ״ז

אין אן אויספרעג אויף אידישע וויילער אין פראנקרייך זאגן א ריזן מערהייט אז זיי גייען זיך מעגליך אוועק ציען פון לאנד אין פאל דער עקסטרעם לינקער פאליטיקאט זשאן לוק מעלאנשאן ווערט פרעזידענט.
40 פראצענט אויסגעפרעגטע זאגן אז זיי גייען זיכער פארלאזן דאס לאנד אין פאל ער ווערט פרעזידענט, און אזויפיל ווי 69 פראצענט זאגן אז זיי גייען מעגליך פארלאזן דאס לאנד.
אין די אויספרעג זאגן אויך 58 פראצענט פראנצויזישע בירגער אז מעלאנשאן מיט זיינע שריט טוט באשטייערן צו די פארשפרייטונג פון אנטיסעמיטיזעם אין לאנד.
לעצטיגע אנקעטעס ווייזן אז מעלאנשאן איז די צווייט שטארקסטע פרעזידענט קאנדידאט, אינטער די פראנט ראנער לע פען פון די עקסטרעם-רעכטע לאגער.