בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש תולדות פ״ז
די ספעיס-עקס קאמפאני פון אילאן מאסק האט דערגרייכט א היסטארישע דערגרייכונג היינט, ווען איר גרויסע סטארשיפ ספעיס שיף האט זיך צוריקגעקערט פון ספעיס און איז געכאפט געווארן דורך צוויי מעכאנישע הענט.
די ספעיס שיף האט געענדיגט פערצן מאל ארומפליען ארום די ערד אין ספעיס ביי א מיסיע פון 22 שעה און עס האט אריינגעשטעלט 26 סטארלינק סאטעלייטס אין ספעיס בעפאר'ן זיך צוריקקערן צו אונזער אטמאספערע.
ביים צוריקקומען, האט דער סטארשיפ געלאנדעט אויף א נייע קונצליכע וועג, דורכדעם וואס די ארויסשיס פלאטפארמע איז אויך גענוצט געווארן אלס די לאנדונג פלאטפארמע, מיט צוויי גרויסע מאשין הענט.