בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש תולדות פ״ז
ניו יארק סיטי'ס דעמאקראטישע סאושעליסטס אוו אמעריקע האט געשטימט היינט צו פאדערן פון קאנגרעספרוי עי או סי אז זי זאל לויפן פאר פרעזידענט אין 2028.
ביי די ארגאניזאציעס קאנווענשאן, האבן די דעלעגאטן באשטעטיגט פלענער צו לויפן קעגן גאווערנאר האקול און סענאטאר פרוי דזשיליברענד ביי קומענדיגע וואלן, און געמאכט פלענער פאר די נעקסטע פרעזידענט וואלן.
אלעס אינאיינעם פארמאגט די ארגאניזאציע פופצן טויזנט מיטגלידער, און זיי האבן ביים קאנווענשאן אויך געשטימט צו פאדערן א העכערונג פון מינימום וועידזש אין ניו יארק סיטי צו דרייסיג דאלער א שעה.