בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

מוצ״ש תולדות פ״ז

איראנער אויטאריטעטן האבן געווארנט אז זייערע איבערגעמאכטע באליסטישע מיסילס קענען אנקומען צו אמעריקאנער מיליטערישע באזעס אין אייראפע.
לויט די איראנער באריכטן האבן זיי באוויזן איבערצומאכן די מיסילס אז עס טראגט א מיסיל שפיץ וואס וועגט אסאך ווייניגער, און עס קען דורכדעם אנקומען אסאך ווייטער ווי די ביז יעצטיגע לימיט פון צוויי טויזנט קילאמעטער.
די איראנער באריכטן זאגן אז עס קען אויך באטרעפן די "פעירפארד" באזע אין ענגלאנד וואו אמעריקאנער קרעפטן זענען סטאנציאנירט, אבער עס זענען נישטא קיין באווייזן דערויף.