בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

מוצ״ש תולדות פ״ז

אינדיער קאנטער טעראריזם באאמטע האבן ארעסטירט א 20 יעריגן פארשוין פאר'ן זאמלען שפיאנאזש אויף די חב"ד הויז אין מומביי און אנדערע אידישע פלעצער.
די באאמטע זאגן אז דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס יאש סינג, און ער האט געכאפט בילדער פון אידישע ביזנעסער, און אויך רעקארדירט אינפארמאציע פון קארס פון אידישע איינוואוינער און אנדערע דעטאלן פון לאקאלע אידן.
אינדיער קאנטער טעראריזם באאמטע זאגן אז סינג איז געווארן רעקרוטירט דורך אויסלענדישע אגענטן, און די ארעסט האט אויפגעברענגט ערנסטע זארגן צוליב וואס די זעלבע חב"ד הויז איז געווארן ברוטאל אטאקירט דורך פאקיסטאנער טעראריסטן אין נאוועמבער 2008, וואו 4 חרדישע אידן הי"ד זענען דערמארדעט געווארן.