בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש תולדות פ״ז
מדינת ישראל זיכערהייט אויטאריטעטן האבן באריכטעט אז עס זענען נישטא קיין שום צייכענעס אז איראן גרייט זיך צו אטאקירן פריש, אבער די מיליטער איז גרייט צו באנייען באמבארדירונגען אויף איראן.
לויט באריכטן האט די מדינת ישראל עירפארס שוין באקומען א נייע אפדעיט פון מעגליכע צילן אין איראן, וואס וועלן אונטערגענומען ווערן אפילו אויב אמעריקע וועט נישט שפילן א ראלע דערין.
דערווייל זענען נאך דא גאר אסאך אמעריקאנער מיליטערישע שיפן און פליגערס אינעם מיטל מזרח ראיאן, און נתניהו האפט צו קענען איבערצייגן טראמפ יא אנטיילצונעמען אין א באנייטע אפענסיווע קעגן איראן.