בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

מוצ״ש תולדות פ״ז

א מאסיווע רעטונג אפעראציע האט זיך אפגעשפילט פרייטאג נאכמיטאג נאכדעם וואס א טאנקער שיף האט פארלוירן קאנטראל און האט אריינגעקראכט אין א קרוז שיף אינעם מיסיסיפי טייך אין ניו ארליענס.
די צוזאמשטויס האט געברענגט דערצו אז די פאסאזשיר שיף האט זיך איבערגעדרייט און האט אריינגעווארפן בערך הונדערט מענטשן אין וואסער, פירנדיג צו א מאסיווע רעטונג אפעראציע.
טייל פאסאזשירן האבן זיך געראטעוועט אליינס פונעם וואסער נאכ'ן האבן אנגעטאן לייף דזשעקעטס, און אלע פאסאזשירן האבן איבערגעלעבט, אבער 32 מענטשן זענען שפיטאליזירט געווארן מיט פארשידענע וואונדן.