בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש תולדות פ״ז
דער אוקריינישער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט אויפגעדעקט היינט אז אמעריקאנער דיפלאמאטן האבן אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז אוקריינע זאל אויפגעבן די דאנבאס ראיאן, און אוקריינע וועט זיך אנשליסן אין נאטא.
די פארשלאג איז אויפגעקומען ביי די באנייטע געשפרעכן וואס זענען פארגעקומען אין אבו דאבי פאריגע וואך, וואו אמעריקאנער דיפלאמאטן צילן אויפצוקומען מיט א לעזונג אפצושטעלן די בלוטיגע פינף יאריגע מלחמה.
זעלענסקי זאגט אז אוקריינע וועט נישט אנערקענען רוסלאנד'ס קאנטראל אויף די אקופירטע טעריטאריעס, אבער וועט מעגליך אויפברענגען אזא פארשלאג פאר א נאציאנאלע רעפערענדום, און לאזן די אוקריינישע פאלק שטימען דערויף.