בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

מוצ״ש תולדות פ״ז

די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע האט פרייטאג שפעט נאכמיטאג ארויסגעגעבן א נאציאנאלע "גראונד סטאפ" ארדער וואס האט אפגעשטעלט אלע פליגערס פון זיך הייבן פאר מער ווי פיר שעה.
די ארדער איז ארויסגעגעבן געווארן צוליב וואס עס האט זיך געמאכט א קורצשלוס אין וויכטיגע ראדאר און אוויאציע סיסטעמס, און עס האט געשטעלט אין געפאר די סעיפטי פון מיליאנען פאסאזשירן.
טראנספארטאציע סעקרעטאר שאן דאפי האט געזאגט אז די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן אינמיטן מעינטענענס ארבעט דורך א קאנטראקטער וועלכער האט געארבעט צו ערזעצן אלטע קופערנע טעלעפאן ליינס מיט נייע פייבער-אפטיק ליינס.
א פראבלעם אינמיטן די מעינטענענס ארבעט האט געשטערט א וויכטיגע ראוטער פאר קאמיוניקאציע, און די סיסטעם האט נישט געקענט באהאנדלען, וואס האט איבערגעהאקט קאמיוניקאציע צווישן לופט טראפיק קאנטראל און פליגערס.
די גראונד סטאפ איז ארויסגעגעבן געווארן 3:54 פרייטאג נאכמיטאג און די הימלען זענען צוריקגעעפנט געווארן בערך 8:15 פרייטאג ביינאכט.
אלעס אינאיינעם זענען צוועלעף טויזנט פלייטס אפעקטירט געווארן און שבת זענען געווען נאך 4 ביז 5 טויזנט געקענסלטע פליגערס.
עירליינס זאגן אז זיי ערווארטן אלע סקעדזשולס צו זיין צוריקגעשטעלט אויף זונטאג.