בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' תולדות פ״ז

די "עף בי איי" האט אויפגעדעקט אז צפון קארעא העקערס האבן גע'גנב'עט מער ווי פיר הונדערט מיליאן דאלער אין קריפטא געלטער דורך א ברייטע שווינדל וואס האט אריינגענומען פאלשע ווידעא מיטינגס און רעקארדירטע געשפרעכן.
די העקערס האבן געהיידזשעקט מעסעדזשינג אקאונטס און האבן איינגעלאדנט מענטשן צו געפעלשטע "זום" קאלס, און דארטן האבן זיי פארנארט מענטשן צו אינסטאלירן א געוויסע סאפטוועיר אויף זייערע קאמפיוטערס.
די צפון קארעא העקערס האבן דורך די סאפטוועיר באקומען פולע צוטריט צום קאמפיוטער פון מענטשן, און האבן געקענט ליינען און נוצן אינפארמאציע, אריינגערעכנט גענוג אינפארמאציע וואס האט זיי געהאלפן בארויבן 400 מיליאן דאלער אין קריפטא געלטער פון מענטשן.