בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' תולדות פ״ז
דער דעמאקראטישער מערילאנד סענאטאר קריס וואן האלען האט געמאלדן אז ער וועט לויפן קעגן דעם ניו יארק סענאטאר טשאק שומער פאר'ן אמט פון סענאט מאיאריטעט פירער.
גלייך נאך די מידטוירם וואלן פאריגע וואך האט אויסגעזען ווי שומער וועט גרינגערהייט געווינען די דעמאקראטישע אפשטימונג צו בלייבן פירן דעם סענאט, אבער א וואקסנדע צאל דעמאקראטן זאגן אז עס איז צייט פאר א נייעם פירער.
סענאטאר וואן האלען זאגט אז וויילער האבן געשטימט צו פאדערן פאליטישע טויש, און דעריבער וועט ער לויפן קעגן שומער צו געווינען די אמט פון סענאט פירער.