בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' תולדות פ״ז
קאַנאַדישע אויטאָריטעטן האָבן אַרויסגעגעבן א רוף צו די בירגער, אַז פאַמיליעס זאָלן האָבן צוגעגרייט ביי זיך אינדערהיים גענוג סופּלייס און עסנוואַרג צו קענען דורכשוויצן 72 שעה אין אַן עמורדזשענסי צושטאַנד.
די אָרטיגע רעגירונג באַאַמטע האָבן אָנגעהויבן א "געט פּריפעירד" קאַמפּיין, וואָס רעקאָמענדירט צו מאַכן זיכער אַז מען האָט אינדערהיים עמורדזשענסי סופּלייס, אַריינגערעכנט געבאָטלטע וואַסער, עסן וואָס האַלט זיך לאַנג, מעדיצינען, פלעשלייטס, בעטעריס און פוירסט-עד געצייג.
רעגירונג אויטאָריטעטן זאָגן אַז עס איז נישטאָ יעצט א באַלדיגע געפאַר, נאָר עס איז וויכטיג אַז די באַפעלקערונג זאָל זיין גרייט אין פאַל עס מאַכט זיך א בלעקאַוט וואָס קען איבערלאָזן מענטשן אָנע לעקטער, וואַסער אָדער קאָמיוניקאַציע.