בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' תולדות פ״ז
וויצע פּרעזידענט דזשעי די ווענס באַטראַכט צו פירן דירעקטע געשפּרעכן מיטן איראַנער סעקיוריטי טשיף מוכסען ראזאאי, אין א צייט וואָס די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע זוכט וועגן צו ענדיגן די איראַן מלחמה.
לויט באַריכטן האָט פּרעזידענט טראָמפּ געגעבן ערלויבעניש פאַר ווענס צו פּרובירן צו אַראַנדזשירן די דירעקטע באַגעגעניש מיט ראזאאי, און זיי וועלן זיך מעגליך טרעפן אין קאַטאַר, אָבער דערווייל איז נישט געסקעדזשולט געוואָרן א מיטינג.
דאָס קומט נאָך וואָס וויצע פּרעזידענט ווענס האָט עטליכע וואָכן צוריק געשיקט א בריוו צו ראזאאי, אין וועלכע ער האָט אויסגעדרוקט די וויליגקייט פאַר צוזאַמאַרבעט.